דצמבר 30, 2007 מאת KolAnash
מיר האבען געהאט עטליכע לעגערע שמועסן מיט די העכסטע עשאלאנען אינערהאלב קהלתנו הק’, עס איז נישט יעצט דו צייט פאר א פילע באריכט,
אבער אזויפיל ווילען מיר מעלדן וואס איז נוגע אויף די מינוט, עס איז זייער וויכטיג זיךצו באטייליגען אין די וואלען, עס קען שטארק נוגע זיין לעגאל!
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | לכתוב תגובה »
דצמבר 28, 2007 מאת KolAnash
וואס טוט מען למעשה? מוצש”ק גייט זיין וואלען, וואס טוט מען?
דאס איז א שאלה וואס אסאך מענטשן פרעגן, אסאך האלטען אז מען זאל בויקאטירן די וואלען, ווידעראום עס קוקט אויס ווי א גרעסערע עולם האלט אז למעשה זאל מען יא שטימען ווייל קהל זאגט דאך אז עס וועט העלפן לעגאל.
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | לכתוב תגובה »
דצמבר 25, 2007 מאת KolAnash
לבקשת הרבים, האבען מיר צוגעשטעלט א אימעיל ליסטע, ווי איר קענט זיך איינשרייבען צו באקומען אין אימעיל ווען מיר פאוסטען א פרישע מודעה, אדער אנדערע אלערטס.
זיך איינשרייבען איז פשוט, שיקט א אימעיל צוkolanash@gmail.com פון די אי אימעיל אדרעס וואס איר ווילט איינשרייבען.
אין צייכענט אן אז איר ווילט זיך איינשרייבען
תחת הקטגוריות Uncategorized | 2 תגובות »
דצמבר 25, 2007 מאת KolAnash
מענטשן פרעגן פארוואס מען אפדעיט נישט
די סיבה איז פשוט, עס איז נישטא קיין סאך וואס צו זאגען,
ליידער מאכט מען זיך נישט וויסענדיג פון דעם ציבור. אבל אין כחנו אלא בפה, מיר קענען נאר פארלאנגען אין מסביר זיין אינזערע רעכטן בדרך התורה, מער פון דעם קען מען נישט טאן.
עפעס דרייען זיך שמועות וועגן א מיטינג נעכטן נאכט אין היכל הכולל, למעלה בביהמ”ד, ווי מען האט גערעדט פון דעם ענין, היתכן מען האט נישט געגעבגן קיין מעגליכקייט אריינצוגעבן וואל ליסטעס.
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | 2 תגובות »
דצמבר 20, 2007 מאת KolAnash
היינט איז אנגעקומען אויף די פאסט די ליסטעס (גאנץ שנעל… נעמענדיג אין באטראכט אז דינסטאג צופרי האט מען נאך אריינגעגעבן ליסטעס) פארוועם צו וועלן.
מה נאמר ומה נדבר, די פנים פלאמט פאר בושה, האלטען זיי אונז פאר אזאנע אידיאטען? זע בעטן אז יעדער זאל שיין מיטשפילען אין “שטימען”.
קליקט אויפן בילד צו מאכען גרעסער.
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | 4 תגובות »
דצמבר 19, 2007 מאת KolAnash
לבקשת הרבים האבען מיר צוגעשטעלט א ספעציעלע בלאט ווי מען וועט קענען דאונלאדען א פי די עף פון אלע מאמרים צוזאמען.
עס וועט אי”ה ווערן אפדעיטעד יעדעס מאל וואס עס וועט זיין א פרישע מאמר.
מען קען טרעפן א לינק צו דעם בלאט אויף די רעכטע זייט.
דא איז א דירעקטע לינק
תחת הקטגוריות Uncategorized | לכתוב תגובה »
דצמבר 17, 2007 מאת KolAnash
מיר זענען דא מעתיק א לענגערען ביאור געשריבען בהשכל ודעת וואס מיר האבען באקומען פון א ת”ח א בעל מח ויושב אוהל, וואס ער האט ספעציעל אפגעשריבען לתועלת הרבים.
מאנכע פרעגן וואס עפעס איז א נפק”מ די גאנצע וואלען? כ”ק אדמו”ר שליט”א איז דאך ממילא בעה “ב, נו וואס מאכט שוין אויס ווער עס איז אין קהל, עס כאפט דאך נישט קיין חילוק למעשה.
כזה וכיוצא בזה הערט מען דא אין דארט, אבער די אמת איז נישט אזוי, אדרבא, עס איז זייער א אויבערפלעכליכע טעות. מיר וועלן עס פרובירען קלאר צו שטעלן בעזהי”ת. מיר וועלן עס צוטיילען אויף דריי סעיפים.
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | 8 תגובות »
דצמבר 14, 2007 מאת KolAnash
עטליכע פאקטען
פאקט 1)די ערשטע מודעה אין פרטים וועגן די מעגליכקייט צו צוזאמשטעלן א רשימה איז געמאלדען געווארען אין “דער איד” דאנערשטיג פ’ ויגש, די זמן ביז ווען מען קען אריינגעבן די ליסטע איז דינסטאג ויחי צופרי! אין אנדערע ווערטער בלויז דריי טעג!
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | 7 תגובות »
דצמבר 14, 2007 מאת KolAnash
שלום עליכם חשובע חברים,
אזוי ווי עס וועט אי”ה בקרוב פארקומען וואלען בקהלתנו, אין מימי עולם ושנים קדמוניות זענען מיר שוין געוואוינט אז עס איז נישט מער ווי א שפיל. וואס איז בפירוש נישט קיין יושר, צוליב צוויי סיבות:
לקרוא את ההמשך »
תחת הקטגוריות Uncategorized | לכתוב תגובה »