לצנות פון די מעמבערס ??

By KolAnash

עטליכע פאקטען

פאקט 1)די ערשטע מודעה אין פרטים וועגן די מעגליכקייט צו צוזאמשטעלן א רשימה איז געמאלדען געווארען אין "דער איד" דאנערשטיג פ' ויגש, די זמן ביז ווען מען קען אריינגעבן די ליסטע איז דינסטאג ויחי צופרי! אין אנדערע ווערטער בלויז דריי טעג!

פאקט 2) אין די שטאטוטען שטייט אז מען דארף האבען 150 חתימות אריינציגעבן א ליסטע, אין די איצטיגע מודעה שטייט אז מען דארף האבען 300 חתימות !

פאקט 3) אין ביהמ"ד הגדול איז בכלל נישט דא קיין מודעות וועגן די וואלען, נאר עטליכע מודעות וואס פאדערען צו ווערן א מעמבער, טראץ דעם וואס עס איז בלויז דריי טעג פאר די דעדליין אריינצוגעבן א ליסטע!

פאקט 4) כדי אריינצוגעבן א רשימה ברויך מען האבען בערך פופציג מענטשן וואס זענען גרייט צו דינען אין קהל, וואס איז כמובן נישט קיין שריט וואס מען באשליסט איבער נאכט, בנוסף לזה דארף מען גיין צוזאמנעמען חתימות פון 300 מעמבערס, וכמובן נעמט אט די אלע זאכען מינימום עטליכע וואכען.

 

לאור די אלע פאקטען קומט אויס אז עס איז אוממעגליך אריינצוגעבן א רשימה, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די גאנצע זאך איז אן אחיזת עינים, עס דאכט זיך אז מען וועלט, אבער באמת איז נישט דא קיין אפציע עפעס משנה צו זיין. עס דערמאנט פון רוסלאנד אינטער די קאמעניזם ווי מען האט "געוועלט" פאר איין ליסטע, היש לך צחוק מכאיב מזה?

 

אפדעיט : די מודעה איז געשריבען געווארען פרייטאג נאכמיטאג, למעשה איז פארן זמן יא ארויסגעהאנגען געווארען מודעות אין ביהמ"ד,דאס מיינט צוויי טעג פאר די דעדליין.

פי די עף פייל, אויב ווילט איר ארויספרינטען\מפרסם זיין פאקטען PDF

תגובות 7 לרשומה: "לצנות פון די מעמבערס ??"‏

  1. מאת מעמבער:

    זייער אויפריכטיגע רייד,
    אבער מן הסתם האט עס א הסבר,
    פרעג די ראשי הקהלה.

  2. מאת איינער:

    די שרייבסט זייער גוט, איך האלט אז עס איז שוין צייט צו האבן א געהעריגע ערוועלטע ראשי קהילה. חזק ואמץ.

  3. מאת satmarvotes:

    איינער
    יישר כח פאר די חיזוק,
    מעמבער,
    יישר כח פאר די חיזוק,
    איך האב גערעדט צי עטליכע מענטשן וואס האבן געווענליך א ידיעה, אין קיינער האט נישט געהאט קיין ענטפער

  4. מאת אנאן:

    זיי נישט קיין קינד. די וואלן זענען פונקט ווי עס איז געווען פאר 10-20-30-40-50 יאר צוריק.
    דער רבי איז דער בעה"ב און די וואלן זענען נישט מער ווי לעגאלע זכן וואס מאכט נישט אויס פאר קיינעם. האקט נישט אין קאפ.

  5. מאת KJ:

    עס מאכט יא אויס וואלן, ווייל עס איז וויכטיג אריינצוברענגען פרישע כוחות. אבער נישט אויף דעם אופן. יעדע זאך דארף געטאן ווערן מיט נארמאלקייט, און נישט מיט קיין קינדערישע היציגקייט.

  6. מאת עפשטיין:

    סאיז נישט די צייט יעצט , אויפצוברענגען אינערליכע פראבלעמען אין פאבליק.

  7. מאת KolAnash:

    אנאן

    קוק דא, מיר האבען געברענגט א לענגערע ביאור אויף דיין טענה

    http://kolanash.wordpress.com/2007/12/17/%d7%90-%d7%9c%d7%a2%d7%a0%d7%92%d7%a2%d7%a8%d7%a2-%d7%91%d7%99%d7%90%d7%95%d7%a8-%d7%90%d7%95%d7%99%d7%a3-%d7%93%d7%99-%d7%95%d7%95%d7%99%d7%9b%d7%98%d7%99%d7%92%d7%a7%d7%99%d7%99%d7%98-%d7%a4%d7%95/

    עפשטיין
    מיר האבען טאקע פארדעם זיך אריבערגעצויגען אויף א נייע פלאץ ,זע דא
    http://satmarvotes.wordpress.com/2007/12/17/%d7%9e%d7%99%d7%a8-%d7%98%d7%95%d7%99%d7%a9%d7%a2%d7%9f-%d7%90%d7%93%d7%a8%d7%a2%d7%a1/

כתיבת תגובה