מיר זענען דא מעתיק א לענגערען ביאור געשריבען בהשכל ודעת וואס מיר האבען באקומען פון א ת"ח א בעל מח ויושב אוהל, וואס ער האט ספעציעל אפגעשריבען לתועלת הרבים.
מאנכע פרעגן וואס עפעס איז א נפק"מ די גאנצע וואלען? כ"ק אדמו"ר שליט"א איז דאך ממילא בעה "ב, נו וואס מאכט שוין אויס ווער עס איז אין קהל, עס כאפט דאך נישט קיין חילוק למעשה.
כזה וכיוצא בזה הערט מען דא אין דארט, אבער די אמת איז נישט אזוי, אדרבא, עס איז זייער א אויבערפלעכליכע טעות. מיר וועלן עס פרובירען קלאר צו שטעלן בעזהי"ת. מיר וועלן עס צוטיילען אויף דריי סעיפים.
א) ראשית די פאקט איז אז די קהלה ווערט געפירט דורך קהל, אין רובא דרובא החלטות ווערן געמאכט דורך זיי, אין נישט דורך כ"ק אדמו"ר שליט"א, והאמת עד לעצמו.
אין אפילו יתעקש המתעקש, אין טענה'ן אויף סעיף א' אז אעפי"כ אויב וועט זיך אויספעלן, עס וועט זיך מאכען א זאך וואס איז וויכטיג, וועט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א זיך אריינמישען אין הייסען טון כדעתו וכרצונו, דאס איז אבער נישט קיין ריכטיגע חשבון, וכמו שנבאר בסעיף הבא:
ב) די מציאות ביז היינט ווייזט, אז כ"ק אדמו"ר שליט"א מישט זיך זייער זייער זעלטן אריין אויף א מקום וואס געהערט פאר די הנהלה (צו ס'זאל זיין הנהלת הקהלה אדער הנהלת המוסדות ) עס האט שוין כמה וכמה פעמים פאסירט אז כ"ק אדמו"ר שליט"א האט געהאלטען גאנץ אנדערש פון די הנהלה, ביי גאר וויכטיגע ענינים, אין דאך האט ער בשום אופן זיך נישט געוואלט אריינמישען . והדברים מפורסמים וידועים. ונבאר להלן.
וכדי להבינו על ברי' וועל מיר עס מסביר זיי ן מיט א משל.
כידוע אין אמעריקא ווען א שופט גיט ארויס א פסק, פון א געלט שטראף ביז א טויט אורטייל קען די פרעזידענט פארדאנירען, אין אנדערע ווערטער, ער קען אראפנעמען דערפון למחצה שליש ורביע, און ער קען עס גאר מבטל זיין כעפרא דערא אז עס בלייבט אפילו נישט אויפן רעקארד.
האט מען שוין אבער געהערט איינער זאל בארואיגען איינעם וואס דארף זיך שטעלן פאר א משפט אז עס איז נישט קיין נפק"מ וואס די שופט וועט פסק'ענען ביי זיין משפט, די שופט איז דאך נישט בעל הבית, די פרעזידענט איז דאך די העכסטע אויטאריטעט.
אין אמת'ן איז עס א גערעכטע טענה, אין עס גאר אויסגעהאלטען אליבא דדינא, אבער האט איר שוין אמאל געהערט א נארמאלע מענטש דאס זאגען?
אוודאי נישט! ווייל כאטש דער פרעזידענט איז בעל הבית איז דאך די פאקט אז עס זייער זייער זעלטן אז א פרעזידענט זאל זיך אריינמישען , ובכן איז בכלל נישט שייך צו לייגען האפענונג דערויף.
אין די טעם דערפון איז פשוט, מען קען נישט פירען קיין לאנד ווי א פרעזידענט האלט זיך אין אריינמישען אין זאכען וואס האבען באשטימטע מענטשן וואס זענען אויף דעם ממונה. אין היסטאריע ווייזט טאקע, אז די מער ערענסטערע פרעזידענטן האבן אסאך ווייניגער פארדאנירט, ווייל זיי האבען פארשטאנען און זיך געהאלטען צו דעם פשוט'ן פרינציפ אז זיך אריינמישען אין זאכען וואס האט ממונים איז אזאך וואס קען געטון ווערן נאר אין גאר זעלטענע פעלער.
הנמשל מובן, כ"ק אדמו"ר שליט"א ברוב חכמתו האלט זיך זייער צו דעם מהלך, היות מען מיז אנקומען צו די מענטשן וואס פירען די אלע זאכען איז אוממעגליך זיך אריינצימישען אין יעדע זאך, כל זמן די דארפסט דעם מענטש, ביזטו מחויב אים צו לאזען טון לויט זיין מהלך. מחמת כמה טעמים שאין כאן מקומו. ברוך שנתן מחכמתו ליראיו.
היוצא מזה, אז כאטש כ"ק אדמו"ר שליט"א האט די בעלות אין מעגליכקייט זיך אריינצימישען ולעשות כרצונו, איז עס נישט קיין מעגליכקייט אויף וואס עס איז זיך שייך צו רעכענען. ואדרבא, עס איז די גרעסטע טובה פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א אז עס זאלען זיין ערוועלט מענטשן מיט וועמען ער קען ארבעטען וד"ל.
ג) כל האמור לעיל איז אויפן חלק פון סור מרע (אז עס נישט שייך צו זאגען אז עס וועט נישט זיין קיין פראבלעמען מפני סמכותו העליונה, וכמו שנתבאר), למעשה איז דאך דא דער חלק פון עשה טוב אויך, ולא זה כהרי זה, עס איז דאך דא מענטשן וואס וועלן מער אויפטון ווי אנדערע, מענטשן וואס האבען מער יכולת, רצון, פארשטאנד און גייסט, אינטערצונעמען פראיעקטן אויף פארשידענע פראנטען וואס זענען ביז היינט געשלאפען אדער גאר בכלל נישט עקזיסטירט. מענטשן מיט ברייטערע וויזיעס אין פרישערע כחות. ואין שיעור למעלה, בעסער האט דאך נישט קיין שיעור, אין עס נאך דא גענוג וואס אויפצוטאן (ואכמ"ל בזה) אין לגבי דעם איז דאך בכלל נישט קיין נפק"מ אז כ"ק אדמו"ר שליט"א איז די העכסטע אויטאריטעט , והדברים פשוטים .
תמצית הדברים: די הנחה אז עס מאכט נישט אויס ווער עס איז קהל -אין ממילא די גאנצע וואלען- איז מופרך מעיקרא, עס קוקט אפשר אויס במושכל ראשון ווי א שטיקעל טענה, אבער מיט א משהו התבוננות זעט מען גלייך אז עס איז הבל ורעות רוח, ואין בו ממש.
דצמבר 17, 2007 בשעה 10:05 pm
דברים כדרבונות, געוואלדיג ארויסגעברענגט,
פארוואס איז נישט דא קיין פי די עף? איך וויל עס ארויספרינטען אין ווייזען פאר אנדערע
תודה מראש
דצמבר 17, 2007 בשעה 10:29 pm
יראת שמים
מיר וועלן אי"ה ארויפלייגען א פי די עף פייל מארגען אינדערפרי
דצמבר 18, 2007 בשעה 12:04 pm
yes but why do we need votes and elections let the rabba with all his wisdom just appoint people to all the positions why does every dumb dumb have to have a say of who is rosh hakuhal
דצמבר 19, 2007 בשעה 12:46 am
איך וויל אויסדריקען מיין חיזוק,
איר זענט גערעכט מיט יעדעס ווארט, עס איז א חרפה אין א בושה ווי מען שפעט אפ פון אינז, ווי איז די רעכט אוועקצונעמען אינזערע רעכטען? פאר דעם אליין דארף מען א טויש!
דצמבר 19, 2007 בשעה 12:52 am
איך וואלט געוואלט מוסיף זיין, עס איז פיין אין וואויל וואס איר זענט מסביר, אבער דאס איז בכלל נישט נוגע צו עס מאכט יא אויס ווער עס איז קהל צו נישט,
דאס איז איינמאל זעכער, אז מיר האבען א רעכט אריינצושטעלן מענטשן, אין אז מען נעמט עס אוועק איז עס גניבה וגזילה!
נישט פאר דעם האבען מיר געשוויצט אז מען זאל זיך דערנאך מיט אונז ווארפען.
איך וויל נישט שרייבען ברבים וואס נאך עס ליגט מיר אויפן צינג.
דצמבר 19, 2007 בשעה 1:09 am
וואס איז געווארען? היינט צופרי איז געווען די דעדליין
דצמבר 20, 2007 בשעה 1:07 pm
איך האב היינט באקומען אויף די פאסט די שטים קארטלעך איך זעה עס ווי א בחינה אזוי ווי און איראק מ'פרעגט צוויי שאלות וועם ווילט איר עס זאל זיין פרעזידענט 1) סדאם חוסיין אדער 2) סאדם חוסיין ,
א קינדער שפיל
דצמבר 20, 2007 בשעה 4:39 pm
DAVID,
מיר האבען געשריבען דערוועגן דא
http://kolanash.wordpress.com/2007/12/20/%d7%9e%d7%94-%d7%a0%d7%90%d7%9e%d7%a8-%d7%95%d7%9e%d7%94-%d7%a0%d7%93%d7%91%d7%a8/