By KolAnash

מענטשן פרעגן פארוואס מען אפדעיט נישט

די סיבה איז פשוט, עס איז נישטא קיין סאך וואס צו זאגען,

ליידער מאכט מען זיך נישט וויסענדיג פון דעם ציבור. אבל אין כחנו אלא בפה, מיר קענען נאר פארלאנגען אין מסביר זיין אינזערע רעכטן בדרך התורה, מער פון דעם קען מען נישט טאן.

עפעס דרייען זיך שמועות וועגן א מיטינג נעכטן נאכט אין היכל הכולל, למעלה בביהמ"ד, ווי מען האט גערעדט פון דעם ענין, היתכן מען האט נישט געגעבגן קיין מעגליכקייט אריינצוגעבן וואל ליסטעס.

מיר וועלן אי"ה פרובירען צו מברר זיין פרטים .

ווער עס ווייסט פרטים אדער אנדערע באריכטן, ביטע שיקען אין אימעיל לתועלת הרבים

kolanash@gmail.com

תגובות 2 לרשומה: ""‏

  1. מאת יראת שמים:

    איר שרייבט

    "אבל אין כחנו אלא בפה, מיר קענען נאר פארלאנגען אין מסביר זיין אינזערע רעכטן בדרך התורה, מער פון דעם קען מען נישט טאן."

    כל הכבוד,
    פון דיינע ווערטער זעט מען אז דו מיינסט לשם שמים.

  2. מאת willy:

    גם אני מצטרף ל"יראת שמים"
    וכידוע ה"ווארט" מן כ"ק הבירך משה ז"ל, שאמר על אותו כת שאנו סובלים מהם עד היום, שהמשכילים היו קוראים להם בשם "קענערס" ,
    ומפני מה? האבען דען זיי געקענט בעסער פון א צווייטען? אוודאי נישט!

    נאר ווייל זיי האבען געקענט טאן זאכען וואס אנדערע האבען נישט געקענט, זיי האבען געקענט מחלל שבת זיין וכדומה.
    אזוי אויך מיט די כת הידוע, זיי קענען מבזה זיין צדיקים וקדושים, זיי קענען מסר'ן, זיי קענען מרים יד זיין אויף אנדערע יודען אין אויף תורת משה, אין אנדערע ווערטער, זיי זענען אויך קענערס. וזה ממש כען רוח הקודש שנזרקה מפיו.

    משא"כ אנ"ש אחים לדיעה, תלמודי רביה"ק זצוקללה"ה אין אנו יכולים, מיר קענען נישט אלעס טאן, דאס איז אונזער שטאלץ!
    תקוותי חזקה שנצליח ביחד להכניס בהנהלת הקהילה "בדרך התורה" אנשים חכמים נבונים וישרים. אבל רק בדרך התורה. בלי לשון הרע ודכומה. ובשם השם נעשה ונצליח, אמן.

כתיבת תגובה