למעשה…

By KolAnash

וואס טוט מען למעשה? מוצש"ק גייט זיין וואלען, וואס טוט מען?

דאס איז א שאלה וואס אסאך מענטשן פרעגן, אסאך האלטען אז מען זאל בויקאטירן די וואלען, ווידעראום עס קוקט אויס ווי א גרעסערע עולם האלט אז למעשה זאל מען יא שטימען ווייל קהל זאגט דאך אז עס וועט העלפן לעגאל.

לפענ"ד זע איך נישט וויאזוי עס זאל זיין א נפק"מ לעגאל,

א) מאי אולמא האי מהאי, עס איז שוין איינמאל געווען וואלען. וואס איז יעצט בעסער?
ב) מען קען אויפווייזען אין א מינוט אז עס איז בכלל נישט געזעצליך אויסגעהאלטען, ווייל עס איז נישט געגעבן געווארען קיין געלעגענהייט אריינצושטעלן א צווייטע ליסטע. (משא"כ די ערשטע מאל איז יא געווען)

ג) במשך די זיבען יאר איז נאך קיינמאל די וואלען נישט געווען קיין פאקטאר אין געריכט, און עס איז נישט מסתבר אז יעצט זאל עס יא זיין.

משום כל הטעמים דלעיל, קוקט נישט אויס ווי עס זאל האבען עפעס א לעגאלע שייכות.

אבער דאס אלעס איז חוץ המעשה, אפילו עס זאל יא האבען א לעגאלע ווערט, איז דען דאס א סיבה אז עס זאל נישט זיין יושר'דיג? איז דאס א סיבה צו אוועקנעמען אונזער בחירה?

למעשה…

למעשה איז אבער שווער צו זאגען אז מען זאל בויקאטירן, פשוט ווייל עס איז דאך א ספיק ספיקא אז אפשר זאל עס אמאל אויסמאכען, און דעמאלס קען עס זיין א מעוות שלא יוכל לתקן, און דאס איז זיכער אז מען דארף אלעס אנווענדען אז עס זאל נישט אריינפאלען און די הענט פון די הלכים בערכאות ח"ו.

פון די אנדערע זייט, איז שטימען אין די וואלען א הסכמה אז איר געט אויף אייערע אייגענע רעכטן, וואס איז א ערענסטע פראבלעם, א זייער ווייטגרייכענדע פראבלעם.

אויף למעשה קענען מיר נישט זאגען, אבער עס וואלט יעדער געדארפט לאזען הערן א קול מחאה, ווייל עס קען ארויסקומען א בכי' לדורות.

כתיבת תגובה