אונזער מטרה אין ציל
אונזער מטרה אין ציל
שלום עליכם חשובע חברים,
אזוי ווי עס וועט אי”ה בקרוב פארקומען וואלען בקהלתנו, אין מימי עולם ושנים קדמוניות זענען מיר שוין געוואוינט אז עס איז נישט מער ווי א שפיל. וואס איז בפירוש נישט קיין יושר, צוליב צוויי סיבות:
1) מיר צאלען דיוס, מיינט עס אז מיר האבן א רעכט צו זאגן א מיינונג.
2) שנית, והוא העיקר, די גאנצע קהילה געהערט פארן רבים, אין מלך בלא עם , דאס הייסט אז יעדער יחיד איז באמת א בעל הבית, נאר אזויווי עס קען נישט געפירט ווערן דורך יעדעם, וועלט מען אויס פארשטייער,שלוחו של אדם כמותו, אז זיי זאלען פירען די טאג טעגליכע ווערטשאפט. אבער דאס מאכט זיי נישט פאר בעל הבית כמובן! עפ”י הלכה געהערט עס קלאר פארן ציבור, דאס איז די טייטש פון נכסי רבים!
לפי”ז נמצא, אז ווילאנג די ציבור פאדערט די אייגענע רעכטן, איז נישט שייך צו זאגען “מען מיינט צו דרייען א קאפ”, “מען איז אומציפרידענע מענטשן”, “ווער ס’וויל קען גיין” “מען שטערט די סיסטעם”וכו’ , היעלה על הדעת אז ארבעטער זאל זאגן פארן בעל הבית אז אויב ער איז נישט צופרידן קען ער גיין?
תמצית הדברים, הבנות בנותי והצאן צאני וכל אשר אתה רואה שלי הוא, מיר זענען די מעמבערס, מיר זענען די מתפללים, יעדע פעני פון די קהלה קומט פון אינזער טאש, עס איז נישט פשט אז די קהלה דארף צו אינז צוקימען, נאר אז אן אונז איז בכלל נישט דא קיין חלות פון קיין קהילה!
ב”ה אז מיר האלטען שוין דא, נאך אזויפיל שווערע יארען האט די תוה”ק געזיגט, כמעט מיט אפענע ניסים, חסדי השם כי לא תמנו, אבער דאס איז נישט קיין סיבה זיךך צוצולייגען אויף די קומענדיגע יארען, אין זיך אויפציוועקן צו א פראבלען ח”ו, החכם עיניו בראשו, עס איז קריטיש וויכטיג אז קיין שום יחיד זאל זיך נישט אריינגראבען אזוי טיף, אז ער וועט קענען טון כרצונו, איז נישט דארפען אפגעבן א דין וחשבון פאר קיינעם, און נישט קיין חילוק וואס ער וועט טון וועט ער בלייבען אינעווייניג, אין ס’זאל אויסקומען אז שפחה תירש גבירתה, ח”ו.
מיר מיינען חלילה קיינעם נישט, באמת, אלע אין קהל זענען אהובים וברורים, אין מיר קומען זיי א געוואלדיגע הכרת הטוב! אבער מיט דעם אלעם, טאר מען חלילה נישט צולאזען אז עס זאל ווערן א מצב אז עס זאל ארויספאלען אינגאנצען פון אינזערע הענט, אין א מאן דהוא -נישט קיין חילוק ווי חשוב- זאל קענען טון וואס ער וויל אן אפגעבן דין וחשבון. ויפה שעה אחת קודם, ווייל לאחר המעשה איז אוין אסאך שווערער מתקן צו זיין -אויב בכלל.
למעשה איז די איינציגע מיטעל צו באווארענען כל הנ”ל “ערליכע אויפריכטיגע וואלען”, ומי יבוא אחר המלך, רביה”ק וואס האט עס איינגעפירט. עס איז נישט קיין דבר חדש, אין עס איז לעכערליך צו זאגען, “אט קומט מען אן מיט נייע זאכען” וכו. ואין קץ לדברי רוח.
ובכן ווילען מיר דא דינען ווי א פלאטפארמע, צו קענען ארויסזאגען דו מיינונג פונעם ציבור, אז די אמת’ע בעל הבתים זאלען קענען געהערט ווערן, ותקוותנו חזקה אז מיר זאלען נישט דארפען צוקימען צו קריטיקירען, נאר אלעס זאל זיין על פי יושר וצדק.
נ.ב. עס איז נישט צום הארץ צו דארפען זיך באנוצען מיט די אינטערנעט, אבער ההכרח לא יגונה, מיר האבען נישט קיין צייטונג אדער אנדערע מיטלען. ותקוותנו שלא יצא מכשול מתחת ידנו.
פי די עף פייל, אויב ווילט איר ארויספרינטען\מפרסם זיין
.
דצמבר 16, 2007 בשעה 9:41 am
http://satmarvotes.files.wordpress.com/2007/12/ichudanash1.pdf